
וועגן דער מוזיק־ און טעאַטער־ביבליאָטעק
ברוכים־הבאָים אין דער ספּעציעלער ביבליאָטעק פֿון דעם גאַנצן שוועדן פֿאַר מוזיק, טעאַטער און טאַנץ.
אָפֿן פֿאַר אַלע
די מוזיק־ און טעאַטער־ביבליאָטעק איז אָפֿן פֿאַר אַלע. צווישן אונדזערע קונים זענען דאָ אינדיווידן און קולטור־טוערס ווי למשל לערערס, סטודענטן און פֿאָרשערס.
בײַ אונדז זענען עס דאָ אַ סך מאַטעריאַלן וועגן מוזיק, טעאַטער און טאַנץ. מיר האָבן אויך אַ גרויסע זאַמלונג פֿון איינציקע היסטאָרישע מאַטעריאַלן. מיר וואָס אַרבעטן בײַ דער ביבליאָטעק וועלן אײַך גערן העלפֿן צו געפֿינען דעם וואָס איר זוכט.
באָרגן און אַראָפּלאָדן איבערן גאַנצן לאַנד
צו האָבן אַ ביבליאָטעק־קאַרטל בײַ אונדז הײסט אַז מע קען באָרגן הונדערטע ביכער און נאָטן, אַן ערך 40000 מאַנוסקריפּטן, הונדערטע צײַטשריפֿטן און עטלעכע דאַטן־באַזעס מיט מוזיק און טעאַטער.
מע קען באָרגן פֿון אונדז וווּ נאָר איר זײַן אין שוועדן דורך אײַער לאָקאַלער ביבליאָטעק. לײענט מער וועגן דיסטאַנץ־באָרגן (LÄNK).
דאָ אויף אונדזער וועבזײַטל קען מען אַראָפּלאָדן דיגיטאַלישע נאָטן (LÄNK) פֿון די זאַמלונגען פֿון דער ביבליאָטעק און זײ אָפּדרוקן אין דער היים. מע קען אויך זען דיגיטאַלישע בילדער פֿון אונדזער זאַמלונג און דערצו אויך אַ ביסל אַרכיוו־מאַטעריאַל (LÄNK).
באַזוכט אונדז אין שטאָקהאָלם
די מוזיק־ און טעאַטער־ביבליאָטעק איז דאָ אויף Tegeluddsvägen 100 אין שטאָקהאָלם. דאָ קען מין קריגן הילף מיטן אָפּזוכן נאָטן, ליטעראַטור, רעקאָרדירונגען און אַרכיוו־מאַטעריאַלן. מע קען אויך אָפּקאָפּירן און סקאַנירן מאַטעריאַלן פֿאַרן אייגענעם נוץ.
אין דער ביבליאָטעק איז דאָ אַ לייען־זאַל, גרופּע־צימערן וועלכע מע קען זיי רעזערווירן אין פֿאָרויס און צימערן וווּ מע קען צוהערן צו מוזיק, קוקן אויף פֿילמען אָדער שפּילן עלעקטראָנישע פּיאַנע. אונדזער װײַ־פֿײַ איז בחינם.
אײנציקע און היסטאָרישע מאַטעריאַלן
אינעם אַרכיוו און די זאַמלונגען פֿון דער ביבליאָטעק זענען דאָ מאַטעריאַלן פֿון אינדיווידן, פֿאַרייניקונגען און אינסטיטוציעס וואָס זענען געווען אַקטיוו מיט עפּעס מיט שײַכות צו סצענעקונסט. דאָ קען מען למשל געפֿינען בריוו, האַנטשריפֿטלעכע נאָטן און מאַנוסקריפּטן, בפֿרט פֿונעם 16טן ביזן 19טן יאָרהונדערט. די עלטסטע האַנטשריפֿט איז אַ געפֿאַלצעוועט פּאַפּיר מיט קריסטלעכער מוזיק פֿון אַרום 1150. בײַ דער ביבליאָטעק איז אויך דאָ אַ גרויסע זאַמלונג בילדער.
אַ טייל מאַטעריאַל איז דיגיטאַליזירט געוואָרן און איז דאָ אין אונדזער דאַטן־באַזע (LÄNK). שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז (LÄNK) כּדי צו קריגן הילף מיטן געפֿינען און ניצן די מאַטעריאַלן אין די זאַמלונגען.
די געשיכטע פֿון דער ביבליאָטעק
אונדזער געשיכטע הײבט זיך אָן מיט 250 יאָר צוריק. פֿון אָנהייב איז די ביבליאָטעק געווען אַ טייל פֿון די קיניגלעכער מוזיקאַלישער אַקאַדעמיע וואָס איז געגרינדט געוואָרן אין יאָר 1771. אין יאָר 1849 האָט מען געעפֿנט די ביבליאָטעק פֿאַרן עולם.
הײַנט האָט די ביבליאָטעק מאַטעריאַלן פֿון אַלץ וואָס האַנדלט זיך וועגן סצענעקונסט און זי איז אַ טייל פֿון . לײען מער וועגן דער געשיכטע פֿון דער ביבליאָטעק